מילתא דבדיחותא

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אשר ווילבער
שר מאה
תגובות: 160
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 08, 2011 1:24 am

תגובהדורך אשר ווילבער » דאנארשטאג דעצמבער 13, 2012 2:17 am

פי קא באאאא....
אזוי אויף די שפיץ פיס, זייער זייער שטייט, ווי ווען איינער וויל נישט אויף וועקען קיינעם, שפאציראיך דא אריין אין קרעטשמע, כ'בין שויניש דא געוועהן אזוי לאנג ווי א חלף פון גסות...

כ'ווייס נישט צו כ'מעג נאך שרייבן אבער לכבוד חנוכה א גוט ווערטל קעניש שאטן, חנוכה איז א זמן וואס מ'דארף אביסל שמייכלן, העמער שרייבן אפאר קליינע ווערטליך אפשר באקאנטע אויך, אבער מ'ברויך דאך חזרה...

איינער זאגט מיר היינט צופרי אז ער ווערט זאט פון יודישע צרות, וואס הייסט? פרעגיך עם, זאגט ער אז ער עסט יעדען נאכט ביי טיי אווענט'ס פאר אלמנות יתומים יורדים וכדומה....

צוויי טעג צוריק פאריך מיט איינעם אין קאר ווען אינמיטן הייבט אן צו טראפן אביסל, ס'ווערט שטערקער, און איך זעה מיין חבר ווערט בלאס ווי א טישטעך, זייער דערשראקן, פרעגיך עם, וואס איז געשעהן? אה, מיין ווייב איז אויפן גאס אויף 13 עוו. און ס'הייבט אן רעגענן,
זאג איך עם, וואס זארגסטעך? זי העט נאס ווערן? זי איז נישט קיין קינד, זי העט אריין גיין אין עפעס א סטאר פאר שיץ, זאגט ער: דאס האביך טאקע מורא אז זי העט אריין גיין אין א סטאר....

די ראמעינישע זענען דאך באקאנט מיט זייער קלעבעדיגע הענט, אפילו מיט הענטשך... נישט אים שבת גערעדט.
לעצטע וואך האביך אריין שפאצירט אין א ראמעינישע שול, שטייט א גרויסן טאוועל אויפן טיר, "אויב דאווענט איר מיט פארמאכטע אויגן איז עס אויף אייער אייגענע אחריות...

אן ארץ ישראל'דיע יוד פארציילט מיר אז ער האט געגעבן א לופט (היטש) פאר א פרישע פארפאלק פון ירושלים קיין בני ברק, אזוי שמועסענדיג פארציילט עם דער יונגערמאן אז ער האט זיך ממש יעצט אריבערגעצויגן פון ירושלים קיין ב"ב,
וואסיז פרעגט עם דער נהג, האטאך קוים חתונה געהאט אין ירושלים, אוי.. קרעכצט די יונגערמאן, אין ירושלים הענגט מען אזוי ארויס פון די פענסטער די וועש מיט אזאלכע שטריק פון איין בנין צום צווייטען און די עפטער שאק'ס זענען נישט אזוי איינגענעים פאר די חוש הריח.
אההה, זאגט דער דריווער, דו ווייסט אבער אז אין בני ברק טוט מען די זעלבע זאך?
איך ווייס, זאגט דער יונגערמאן, אבער אין בני ברק וואשט מען עס אויס פאר מ'הענגט עס אויף...

האטס א לעכטיכע חנוכה
וואס שמחה קען, קען קיינער נאר איינער, ר' שמחה

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18003
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » דאנארשטאג דעצמבער 13, 2012 7:31 am

מאשר שמנה לחמו והוא יתן מעדני מלך!
גוט!!!!
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב

אוועטאר
פארדינט
שר האלף
תגובות: 1447
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 28, 2009 10:53 am
לאקאציע: אויפן טראוועי

תגובהדורך פארדינט » דאנארשטאג דעצמבער 13, 2012 8:47 am

אשר!!!!
חחחחחחחחחחחחחחחחחחח
פארוואס האבעך עס? איימינוט, ווער זאגט כאבעס? אה! אז כא'פארדינט מסתם האבעכעס...!!!

אוועטאר
אנעים זמירות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3945
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

תגובהדורך אנעים זמירות » דאנארשטאג דעצמבער 13, 2012 9:13 am

אשר ווילבער האט געשריבן:איינער זאגט מיר היינט צופרי אז ער ווערט זאט פון יודישע צרות, וואס הייסט? פרעגיך עם, זאגט ער אז ער עסט יעדען נאכט ביי טיי אווענט'ס פאר אלמנות יתומים יורדים וכדומה....



;l;p- ;l;p- ;l;p-

כ'על עס נוצען אי"ה.
יעדער בשר ודם קען זיך טועה זיין. ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

אוועטאר
פריילאך
שר האלפיים
תגובות: 2648
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 10, 2009 8:45 am

תגובהדורך פריילאך » דאנארשטאג דעצמבער 13, 2012 9:55 am

אוי אשר אוי אשר א.. אשר שפראך.

קיפ אפ, מיר דארפן אסאך יעצטיגע סעזאן.
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט

אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 10470
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » דאנארשטאג דעצמבער 13, 2012 11:02 am

חחחחחח, אשר אשר, אוי ביזטו גוט, פי קא באא... איך לאך! ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-
קום ביטע דא אריין מער אפט.

אוועטאר
דעת זקנים
שר חמש מאות
תגובות: 617
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 20, 2012 7:39 pm

תגובהדורך דעת זקנים » דאנארשטאג דעצמבער 13, 2012 11:13 am

אשר ;l;p-, איינס בעסער פון צווייטן.
קיפ איט אפ!

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15206
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » דאנארשטאג דעצמבער 13, 2012 11:28 am

דעת זקנים האט געשריבן:אשר ;l;p-, איינס בעסער פון צווייטן.
קיפ איט אפ!


למעלה משבעים האט געשריבן:קום ביטע דא אריין מער אפט.
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18003
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » מיטוואך דעצמבער 19, 2012 8:21 am

דער באקאנטער דעטעקטיוו שערלאק האומס מיט זייך בעהעלפער דאקטאר וואטסאן זענען אמאהל געגאנגען קאמפירען
זיי האבען זיך געלייגט שלאפען און אין מיטען די נאכט וועקט האומס אויף זיין שמש און זאגט אים: וואטסאן, קוק און זאג מיר וואס דו זעהסט?
דאקטאר וואטסאן וואס פראבירט אלעמאהל צו כאפען די עיקר נקודה וואס זיין מייסטער מיינט הייבט אהן זאגען: איך זעה א קלאהרע הימעל,
מיט טויזענטע שטערן, זיי לייכטען פון גאר א לאנגע שטרעקע, עס איז אויך דא א פערטעל לבנה,
עס איז מיר נישט מעגליך צו זאגען וויפיהל שטערן עס זענען דא, אבער וואס זעהט דער מייסטער?
זאגט ער: וואטסאן, איך זעה אז איינער האט געגנב'עט אונזער געצעלט....
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » מיטוואך דעצמבער 19, 2012 4:34 pm

שנאפס האט געשריבן:
דעת זקנים האט געשריבן:אשר ;l;p-, איינס בעסער פון צווייטן.
קיפ איט אפ!


למעלה משבעים האט געשריבן:קום ביטע דא אריין מער אפט.

גוט געלאכט!

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18003
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » דאנארשטאג דעצמבער 20, 2012 4:07 am

כהאב דארט געשריבען א שיינס:
viewtopic.php?p=636996#p636996
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב

אוועטאר
שמן למאור
שר האלף
תגובות: 1712
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 17, 2011 3:00 pm

תגובהדורך שמן למאור » דאנארשטאג דעצמבער 20, 2012 5:33 pm

איך האב באקומען פון א חבר מיינער א פעקל וויצן האבעך געקלערט לא אמנע טוב מניק'לך און איך וועל עס דא אריין שמירן למען ילאכעחו הקהל

מיט יארן צוריק האט מען פארציילט פאר ב. נתני' אז עס איס דא אין משוגעים הויז איינער וואס זעהט אויס פונקט ווי עם און ער רעדט פונקט ווי עם א.א.וו. האט נתני' געזאגט איך מוז עם גיין זען, און נתני' איז געגאנגען צו יענעם אין משוגעים הויז און ער פרעגט עם וויאזוי הייסטו ענטפערט ער איך בין ביבי נתני', שרייט נתני' איך בין דאך ביבי נתני', שרייט יענער צוריק איך בין דאך ביבי נתני', בקיצור עס איז געווארן קולי קולות דער שרייט איך בין נתני' און דער שרייט איך בין עס, ביז מען האט גענומען איינעם און ארויסגעפירט, און עד היום ווייסט מען נאכנישט וועמען מען האט ארויסגעפירט...

_______


עמיצער איז געווען זייער פארשקלאפט (אדיקטעד) צו רייכערן. ווען ער האט געזען אז ער דארף שוין איבערלאזן די וועלט פאר א צווייטן, האט ער געשריבן צוואה אז מען זאל מיטלייגן מיט אים פינף קארטן'ס ציגארעטלעך. פרעגט אים איינער, און וואס וועט זיין מיט פייער? ענטפערט ער לויט ווי גוט איך האב זיך אויפגעפירט אויף דער וועלט, שאץ איך פאר אז מיט פייער וועל איך קיין פראבלעם נישט האבן, ווייל איך וועל דארט האבן גענוג און נאך דערפון...

_______


איינער א בדחן האט נישט פארדינט גענוג אויף פרנסה האט ער אנגעהויבן טוהן אין שדכנות, אזוי אז ער איז געווען סיי א בדחן און סיי א שדכן, אבער נאך א שטיק צייט האט ער געזאגט אז ער האט מחליט געווען אז ער מוז אויפגעבן איינס פון די צוויי פאסטן'ס ער קען נישט זיין ביידע. פרעגט מען אים וואס איז דער פראבלעם? ענטפערט ער ווייל מענטשן מישן זיך אויס דאס הייסט אז ווען ער טראגט אן א שידוך צולאכט זיך יעדער איינער און ווען ער זאגט א ווערטל זאגט מען אים געב עס א וואך צוויי איך דארף עס איבערטראכטן.

_______


א חתן האט אנגעקלינגען זיין מחותן זאגן א יישר כח פאר די נייע ש"ס וואס ער האט אים געקויפט פרעגט אים דער מחותן זאג נאר דו פלאנסט אמאל צו עפענען דעם ש"ס? דער חתן האט גארנישט געענטפערט און דער מחותן האט שוין אליין פארשטאנען די תשובה פרעגט ער דעם חתן נו פארוואס זאגסטו א יישר כח אז דו וועסט סייווי גארנישט האבן דערפון, זאגט דער חתן אוודאי וועל איך עפעס האבן דערפון ווייל עס וועט דאך אמאל קומען א צייט ווען איך וועל אי"ה ברויכן צו נעמען אן איידעם וועל איך דעמאלטס נישט דארפן קויפן פאר אים א נייע ש"ס נאר אנשטאטס דעם וועל איך אים קענען געבן א שפאגל נייע ש"ס וואס דער מחותן האט מיר יעצט געגעבן, זאגט אים דער מחותן און וואס מיינסטו וואסערע ש"ס האב איך דיר געגעבן? דו ווייסט וויפיל דורות עס גייט שוין אזוי?!.

_______



עס איז געווען אמאל א פיינער בחור וועלכער האט נעבעך געהאט איין משוגעת אז ער פלעגט צו זאגן איבערגעטריבענע גוזמאות וכדומה למשל ווען מען האט אים געזאגט שלום עליכם האט ער צוריק געענטפערט שלום עליכם עליכם ועל בניכם יוסף ה' עליכם ועל בניכם ועל דורותיכם ראשיכם שבטיכם זקניכם שוטריכם ושופטיכם וכו' פרעגט מען אים וויאזוי הייסטו זאגט ער אברהם יצחק יעקב משה אהרן יוסף דוד ראובן שמעון לוי יהודה יששכר זבולון וכו' מען האט אים געפרעגט וואו לערענסטו ענטפערט ער איך לערן אין וויען אין טשעבין אין קארלין אין אושפיצין אין בורשטין אין בעסערמין אין בערלין אין סטיטשין וכו' וויפיל בחורים לערנען דארט אין ישיבה דעי זמן לערנען דארט דריי הונדערט טויזענט מיט פינעף הונדערט פינעף און זיבעציג אבער קומענדיגן זמן קומען צו נאך זיבן און פערציג טויזענט וועט שוין זיין זעקס הונדערט טויזענט מיט דריי הונדערט און פיר און דרייסיג בחורים וכו' איינער פרעגט אים וואס טוט דיין טאטע ער איז א בעל קורא? זאגט ער וואס? נאר א בעל קורא? ער איז א בעל תפילה א בעל תוקע א בעל גאוה א בעל תאוה א בעל דמיון א בל יראה ובל ימצא ובל תשחית ובל תשקצו וכו' פרעגט אים יענער וואו וואוינסטו ענטפערט ער אין מאנטיסעלא אין מאנטעווידעא אין מאונט גאמרי אין מאנטרעאל אין מאנסי אין מאנרא אין מאונט קיסקא וכו' איינער פרעגט אים וואו דאווענסטו ענטפערט ער איך וויל נישט זאגן אפשר דאך זאגט ער אקעי עס הייבט זיך אן מיט א ס' זאגט יענער אה סאטמאר שרייט ער וואס רעדסטו סאטמאר סקולען סטראזניץ סטאלין סאסרעגען סיגוט ספינקא ספינקא ספינקא סאמבאטהעלי סערדעהאלי סעמיהאלי סאנץ סענט-אגעטה סענדז-סטריט סאוט-פאלסבורג סאן-פראציסקא וכו'איינער האט אים געזאגט איך הער אז דו קענסט אביסל חזנות ענטפערט ער וואס רעדסטו חזנות שדכנות בדחנות ליצנות יושבי קרנות וכו' בקיצור מען קען זיך שוין אליין פארשטעלען אז פון קיין שידוך איז קיין רעדע נישט געווען ווייל ווען ער איז נאר געזעצן ביי א פארהער ביים אבי המדוברת האט ער זיך פאררעדט מיט זיינע גוזמאות ביז איינמאל ווען זיין טאטע האט צוגעזאגט שווערע געלטער פארן שדכן אויב ער קען באווייזן דעם קונץ אז זיין תכשיט זאל שוין א חתן ווערן נאך פאר סוכות למז"ט ובשעטו"מ דער שדכן נעמט אפיר דעם בחור און ער זאגט אים בחור טייערער דו ביזט דאך באמת א וואוילער בחור דו האסט נאר איין קליינער פראבלעם אז דו האסט ליב שטענדיג צו זאגן גוזמאות קום איך וועל דיך נעמען צו א איד וועלכער זוכט א וואוילן בחור אבער יעצט איינמאל זאג נישט קיין גוזמאות זאגט דער בחור וואס זאל איך טוהן איך קען זיך נישט צוריקהאלטן זאגט אים דער שדכן ווייסטו וואס איך וועל דארט זיין צוזאמען מיט דיר און אז איך וועל זען אז עס גייט ארויס פון די גדרים וועל איך דיר געבן צי ביים רעקל אז דו זאלסט זיך בעהעיווען אומר ועושה דער בחור זיצט שוין דארט אין א גוטע שעה און דער צוקונפטיגער מחותן זאגט אים ש"ע און דער בחור ענטפערט צוריק עליכם ועל, פרעגט ער אים וויאזוי הייסטו זאגט ער אברהם יצחק יעקב מ, זאגט יענער זייער א שיינע נאמען אלע דריי אבות און ער פרעגט אים ווייטער וואו לערענסטו ענטפערט ער אין וויען אין, פרעגט ער אזוי? וויפיל בחורים לערנען דארט אין וויען זאגט דער בחור דריי הונדערט טוי, אזוי האט ער אים געהאלטן אין איין שטעלן פראגען און דער שדכן זיצט זיך דארט אין דער זייט און ער האלט אים אין איין ציען דאס רעקל און ווען דער שדכן האט שוין געזען אז אט אט ווערט שוין דער שידוך איז ער ארויסגעגאנגען אין קאך טעלעפאנירען דעם אומגעדולדיגן טאטן פונעם בחור דערציילן אים די בשורה טובה אז ער קען שוין אנגרייטן דאס געלט און אינצווישן ווען דער שדכן איז נאך געווען אינדרויסן פרעגט דער איד פון דעם בחור'ל זאג נאר דיין טאטע האט שוין געבויעט זיין סוכה? ענטפערט ער אוודאי שוין פון פאראיאר פאר חנוכה האט ער עס אנגעהויבן צו בויען פרעגט יענער נו איז עס כאטש א שיינע סוכה? זאגט ער וואס רעדט איר עס איז זיבעציג בלאקס די לענג און אכציג בלאקס די ברייט די סכך איז פון קופער די ווענט זענען פון גאלד די טיר איז פון זילבער די פענסטערס זענען פון בריליאנטען און דיימאנטען יענער קוקט אים אן מיט וואונדער און פרעגט אים אזוי? זאגט ער וואס עס קען נישט זיין? זאגט יענער עס קען יא זיין נאר איך האב נאך קיינמאל אזוינס נישט געזען אינצווישן איז דער שדכן אריינגעקומען און ער האט גלייך באמערקט אז עפעס איז נישט אין ארדענונג האט ער שנעל געווינקען מיט די האנט פארן בחור אז ער זאל נישט מגזם זיין און בשעת מעשה פרעגט ווייטער דער איד אפשר קענסטו מיר זאגן ווי הויך איז די סוכה? ענטפערט ער נישט אזוי הויך בערך דריי טפחים זאגט דער איד איך פארשטיי נישט אז דיין טאטע האט זיך געקענט ערלויבן צו בויען אזא גיגאנטישער סוכה פון זיבעציג בלאקס די לענג און אכציג בלאקס די ברייט מיט קופערנע סכך און גאלדענע ווענט מיט זילבערנע טירן און בריליאנטענע פענסטערס האט ער זיך נישט געקענט ערלויבן צו בויען אביסל א העכערע סוכה? ענטפערט אים דער בחור מיין טאטע וואלט זיך שוין איינמאל געקענט ערלויבן נאר דער שדכן ער לאזט נישט.

_______



א שדכן איז געקומען צו הרב בנעשעק אנטראגן אים א שידוך דער זון פון אשר רייכמאן ענטפערט אים הרב בנעשעק אנטשולדיג ר' שדכן איך טו נאר רבי'שע שידוכים זאגט אים דער שדכן אבער דער חתן אליין איז שוין א רבי'לע איר קענט הרב יאכסאן דער רב פון סמעטענער בית מדרש? ער האט נישט קיין קינדער ל"ע און ער איז גרייט אים צו געבן א פאסטן און לאחר מאה ועשרים וועט ער ווערן זיין ממלא מקום ענטפערט הרב בנעשעק אה אז עס איז אזוי די מעשה קען מען רעדן דער שדכן גייט פון דארט גלייך צו הרב יאכסאן און ער בעט אים אז ער זאל געבן א חשוב'ן פאסטן פאר אשר רייכמאנ'ס זון רופט אויס הרב יאכסאן א מין איינפאל בשום אופן נישט! זאגט אים דער שדכן אבער ער איז הרב בנעשעק'ס חתן ענטפערט הרב יאכסאן אה אז עס איז אזוי די מעשה קען מען רעדן.

_______


א פארמעגליכער עם הארץ האט גענומען פאר זיין טאכטער א חתן א בן תורה און ביים שידוך שליסן האט דער אבי הכלה באשלאסן צו נעמען דעם חתן אויפ'ן פארהער און ער פרעגט אים וועלכן פרק לערנסטו? האט דער בחור געענטפערט הכל שוחטין דער מחותן האט זיך זייער דערשראקן און ער פרעגט הכל שוחטין? אזוי שטייט אין די גמרא אז אלעמען שחט מען? מיך אויך? דער חתן האט אים בארואיגט נישט גע'דאגה'ט די משנה זאגט ווייטער חוץ מחרש שוטה וקטן.

_______


א שדכן האט אמאל געפרעגט פון א ראש ישיבה אינפארמאציע אויף א בחור איך הער זאגן אויף דעם בחור אז ער איז ממש א באמבע ענטפערט דער ראש ישיבה איך ווייס נישט צו עס איז אמת אבער דאס ווייס איך אז א פארדעכטיגט פעקל איז ער.

_______


איינער האט א שידוך געטון למז"ט קומט צו איינער און ער בעט שדכנות געלט זאגט אים דער מחותן איך האב גארנישט געהערט אז דו זאלסט האבן עפעס געטון אין דעם שידוך דו האסט געגעבן אינפארמאציע? זאגט יענער טאקע דערפאר ווען איך רעד אריין איין ווארט וואלט דער שידוך קיינמאל נישט צושטאנד געקומען.

_______


עס איז געווען א איד וואס עס האט אים ל"ע געפעלט איין אויער און ער האט געזוכט א שידוך פאר זיין טאכטער אבער עס האט זיך גארנישט אויסגעארבעט ווייל ווען ער פלעגט פארהערן דעם בחור האט ער אים געפרעגט נאכן פארהער זאג מיר בחור'ל איך קוק מיט עפעס אויס אנדערש ווי א צווייטן? אויב האט דער בחור געזאגט ניין האט ער געזאגט בחור'ל דו שעמסט זיך נישט מיר צו זאגן ליגנט אין פנים אריין און אז ער האט יא געזאגט דעם אמת האט ער געזאגט אזא מחוצף עזות פנים ברויך איך נישט פאר אן איידעם און אזוי איז געווען מיט יעדן בחור וואס מען האט אים נאר אנעטראגן זעלבסטפארשטענדליך אז עס איז גארנישט געווארן ביז איינמאל ווען ער האט נאכן פארהער געפרעגט א בחור איך זע עפעס אויס אנדערש פון א צווייטן ענטפערט דער בחור אוודאי פרעגט יענער מיט וואס זאגט דער בחור'ל איר האט לענסעס דער איד איז געווארן מלא שמחה אז עס האט זיך ענדליך אפיר געזוכט א בחור וואס זעט נישט אויף אים קיין חסרונות און מען האט נאך יענעם טאג געבראכן טעלער, אינמיטן די שבע ברכות האט דער מחותן זיך ערלויבט און ער האט געפרעגט דעם חתן פון וואו האסטן טאקע געוואוסט אז איך האב לענסעס? ענטפערט אים דער בחור וואס הייסט ווי קענט איר האבן גלעזער איר האט דאך נישט וואו צו האלטן דעם הענטל פון די גלעזער ווייל איין אויער פעלט אייך ל"ע.

_______


אמאל פארנדיג אויפן פליגער איז נעבן מיר געזעסן א גוי אן עושר און אזוי בתוך הדברים פרעגט ער מיר מיט וואס איך באשעפטיג זיך האב איך געענטפערט אז איך בין א בדחן זאגט ער מיר גיב מיר א וויץ זאג איך אים אז דו וועסט באצאלן ביז איך האב אים געזאגט ווייסטו וואס איך וועל דיר זאגן א חידה און אויב דו ווייסט נישט דעם ענטפער מוזסטו מיר געבן הונדערט דאלאר זאגט ער מיר גוט מסכים און וואס איז אויב דו ווייסט נישט זאג איך אים דעמאלטס באצאל איך דיך אויך אבער נישט קיין הונדערט דאלאר ווייל איך בין נישט אזוי פארמעגליך ווי דיר אבער צען דאלאר קען איך זיכער געבן זאגט ער זייער פיין מסכים געשעפט איז געשעפט זאג איך אים וועלכע זאך איז דאס? עס האט דריי קעפ און צוועלף הענט און זיבעצן פיס און עס דרייט זיך ארום אויף די גאסן אוו עס קוילערט זיך און עס זאגט קאקאריקא דער גוי טראכט און טראכט און טראכט ביז נאך א דריי פערטל שעה זאגט ער מיר איך געב אויף זאג איך אים נו זיי מוחל גיב אהער דעם הונדערטער און ער האט עס מיר געגעבן דאן פרעגט ער מיר נו וואס איז עס? זאג איך אים איך ווייס אויך נישט דא האסטו א צענער אזוי האב איך געמאכט ניינציג דאלאר אין א דריי פערטל שעה.

_______


אמאל האב איך נישט היינט געדאכט געברויכט גיין באזוכן א נאנטן אין שפיטאל ל"ע און איך בין בטעות אריין אין א צווייטע צימער זע איך דארט ליגן א גוי פון טשיינע אין א שווערן מצב און גלייך ווי יענער האט מיר באמערקט זאגט ער מיר עפעס הויך אויפן קול נאר איך האב פשוט נישט פארשטאנען קיין איין ווארט ווייל איך קען נישט די טשייניזע שפראך האב איך אים געפרעגט וואס? זאגט ער מיר איבער די זעלבע זאך אבער שוין מיט אביסל א נידריגערע שטימע און איך וואונק אים נאכאמאל אז איך פארשטיי נישט זאגט ער מיר עס איבער צום דריטן מאל און ווען איך האב געהויבן די אויגן ברעמען אז איך פארשטיי נאך אלץ נישט האט ער זיך אנגעשטרענגט מיט אלע זיינע כוחות און איבערגעזאגט דאס פריערדיגעס און אזוי נאכאמאל אבער דאס מאל שוין מיט גאר א שוואכער שטימע און ווען איך האב זיך פרובירט צוצובייגן מיין אויער נענטער האט ער עס איבער געשריגן מיט זיינע לעצטע כוחות און פלוצלונג די מאשינקעלע האט זיך צוקלינגען און די דאקטוירים זענען אריינגעלאפן מיט שרעק און באשטעטיגט אז דער גוי איז שוין נישט בין החיים און איך הער ווי די דאקטוירים זאגן אין ענגליש אז מיר האבן פארלוירן א גרויסן עושר און ער האט נעבעך נישט קיין קינדער האב איך שוין גלייך פארשטאנען אז דער רייכער קינדערלאזער גוי האט געזען אז זיינע מינוטן זענען שוין געציילטע האט ער זיכער גערעדט איבער זיין גרויסע ירושה און וויבאלד איך בין פונקט געווען ביי אים האט ער מסתמא מיך מזכה געווען און עס שטייט דאך דברי שכיב מרע ככתובין וחתומין דמי און היות איך האב נאך געדענקט פונקטליך וואס ער האט געשריגן נאר איך האב פשוט נישט פארשטאנען דעם באדייט און איך האב זייער געוואלט מקיים זיין די מצוה לקיים דברי המת בין איך אראפגעגאנגען צו א גוי און איך האב אים געפרעגט אויב ער קען טשייניז און ער האט געענטפערט אז יא פרעג איך אים וואס מיינט פינגפאנפעמגפאנג וכו' איך האב איבערגעזאגט פון זכרון די זאץ וואס דער פארשטארבענער שכיב מרע האט מיר געזאגט ענטפערט ער מיר עס מיינט "גיי אוועק דו טרעטסט אויף מיין רעספערעיטאר פייפ דו מערדער גיי אראפ פונעם פייפ".

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15206
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » דאנארשטאג דעצמבער 20, 2012 5:39 pm

מען דארף שרייבן לאל פאר יעדע עקסטער? אלע זענען גוטע מעכטיגע דזשאוקס איינס נאכן צווייטן נאכן דריטן נאכן פערטן וכו דו האסט מיך געמאכט אויספלאצן שיסן הענגען רייסן קריכן דער עולם ארום מיר שרייט קוויטשעט רופט וואס איז ווען און ווי און וויזוי געשען אז דו האסט דיך גענומען שמייכלען לאכן פלאצן שאקלען שפריצן קאווע מיט קוקיס מיט טשאקלעט מיט צימרינג און שוין איך מוז גיין
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » דאנארשטאג דעצמבער 20, 2012 6:04 pm

שמן, ;l;p-

קומט זיך א יישר כח פאר זיך מטריח זיין און אונז מהנה זיין.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

אוועטאר
משזר
שר האלפיים
תגובות: 2379
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 10:39 am
לאקאציע: בין השמשות

תגובהדורך משזר » דאנארשטאג דעצמבער 20, 2012 6:15 pm

גיטע ווערטלעך, פרוביר זיכער צי מאכן אז דיין חבר זאל דיר שיקן אביסל אפטער.
נישט, איז נישט קיין אפציע...

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » דאנארשטאג דעצמבער 20, 2012 6:16 pm

זייער גוטע און געשמאקע ווערטלאך איינס ביי צוויי, טענק יו.

אוועטאר
שמעק_טאביק
שר האלף
תגובות: 1585
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 14, 2007 11:13 am

תגובהדורך שמעק_טאביק » דאנארשטאג דעצמבער 20, 2012 6:23 pm

ווינקל האט געשריבן:זייער גוטע און געשמאקע ווערטלאך איינס ביי צוויי, טענק יו.


געוואלדיג גוט, איינס נאכן צווייטן. שוין געהערט עטליכע, אבער אין ביהמ"ד בלא חידוש.
יישר כח!!
הפך בה והפך בה דכולה בה!

מומחה עצום

תגובהדורך מומחה עצום » דאנארשטאג דעצמבער 20, 2012 6:44 pm

יישר כח שמן, איינס ביי איינס.

און איך וועל צולייגן וואס איך האב ממש לעצטענס געהערט.

שלאפט זיך א אידל אזוי געשמאק אין בעט און חלומ'ט זיך ווי ער עסט די גרעסטע מארשמעלוי אין די וועלט, און אזוי עסט ער נאך אביסל און נאך און נאך ס'איז דאך אזוי געשמאק... אזוי האט ער אויפגעגעסן כמעט דעם גאנצן מארשמעלוי, געבליבן איז קוים עפעס און... ער וועקט זיך אויף, און קוקט זיך אום און זעהט אז ס'איז שוין גארנישט געווען קיין חלום... זיין קישן איז נישטא

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » דאנארשטאג דעצמבער 20, 2012 7:01 pm

חחחחח ח.

אוועטאר
בן אחר בן
שר חמש מאות
תגובות: 564
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2012 1:25 pm

תגובהדורך בן אחר בן » דאנארשטאג דעצמבער 20, 2012 7:06 pm

משזר האט געשריבן:גיטע ווערטלעך, פרוביר זיכער צי מאכן אז דיין חבר זאל דיר שיקן אביסל אפטער.

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 13862
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » פרייטאג דעצמבער 21, 2012 1:27 am

יישר כח שמן למאור, האסט מיר מלבין געווען די שיניים.
איך ווייס אז איך ווייס נישט אלעס - למשל, ווייס איך נישט וועלכע זאך איך ווייס נישט

אוועטאר
אנעים זמירות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3945
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

תגובהדורך אנעים זמירות » מאנטאג דעצמבער 24, 2012 9:27 am

מיט בערך 15-20 יאר צוריק איז געוועהן א קעצל אין באבוב חדר און דער מנהל ר' שלום קעסלער האט עס פראבירט ארויסצוטרייבען. פארן קעצל האט נישט אזוי פרשמעקט צו פארלאזען זיין ווארעמע ווינקעל האט ער א ביס געטוהן ר' שלום'ן. שפעטער אויפדערנאכט איז ר' שלום'ס האנט פלוצלינג געווארען שטארק אויפגעשוואלען און ער האט געמוזט אריינגיין עמערדזשענסי אין שפיטאל.

האט ר' יונתן שווארץ געטייטש בקש לגלות את הקץ - ער האט געוואלט פארטרייבען דעם קאץ, ונסתם ממנו - און ער איז פאר'סמ'ט געווארען דערפון.
יעדער בשר ודם קען זיך טועה זיין. ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

אוועטאר
פארדינט
שר האלף
תגובות: 1447
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 28, 2009 10:53 am
לאקאציע: אויפן טראוועי

תגובהדורך פארדינט » מאנטאג דעצמבער 24, 2012 9:32 am

גוט גוט!
פארוואס האבעך עס? איימינוט, ווער זאגט כאבעס? אה! אז כא'פארדינט מסתם האבעכעס...!!!

אוועטאר
גיכער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 277
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 13, 2012 11:32 am

תגובהדורך גיכער » מאנטאג דעצמבער 24, 2012 11:16 am

ר' בערל קליין קען נישט פארשטיין וואס עפעס מ'מאכט אזא צימעס פין די גידין?! :wink:

אוועטאר
ידיד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3817
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 6:37 pm

תגובהדורך ידיד » מאנטאג דעצמבער 24, 2012 12:58 pm

ר' שלום קאמינקער זי"ע האט גאהאט א גבאי אן אלטער בחור וואס האט קיינמאל נישט חתונה געהאט און קיין גרויסער חכם איז ער אויך נישט געווען.

אמאל האט אים ר' שלום קאמינקער געפרעגט פארוואס ער האט נישט חתונה, האט ער געענטפערט, מילא ווען איך האב ווען קינדער דארף איך חתונה האבן כדי מיינע קינדער זאלן האבן א מאמע וואס זאל זיי צוגרייטן צו עסן און וואשן די וועש, אבער אז איך האב נישט קיין קינדער צו וואס פעלט מיר אויס א ווייב? האט אים ר' שלום געפרעגט וואס ער קלערט צו טון וועגן קינדער, זאגט ער אים, איך וועל פארן צום בעלזער רב בעטן א ברכה....


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט